אויף די כוואַליעס פֿון עטער: ייִדישע אוידיציעס אויפֿן פוילישן ראַדיאָ, 1945-1958
דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון פּױלן האָט מען געהערט אַ ייִדישע ראַדיאָ־שעה דעם 6טן יאַנואַר 1945 פֿון דער פּױלישער ראַדיאָסטאַציע אין לובלין. אין די ייִדישע ראַדיאָ־אױדיציעס, אָנגעפֿירט דורך יאָנאַס טורקאָװ און זײַן פֿרױ דיאַנאַ בלומענפֿעלד, האָט מען איבערגעגעבן ידיעות װעגן דעם גורל פֿון די ייִדן אין פּױלן און אַ צענטראַלע ראָלע האָט געשפּילט דער „זוך־װינקל פֿון קרובֿים”. זינט יוני 1945 האָט מען טראַנסמיטירט די ייִדישע ראַדיאָ־אױדיציעס פֿון װאַרשע. מען האָט אײַנגעפֿירט קינסטלעריש־ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע פּראָגראַמן, אין װעלכע ס'האָבן זיך באַטײליקט באַקאַנטע ייִדישע שרײַבערס, פּאָעטן, ליטעראַרישע קריטיקערס, גרױסע פּערזענלעכקײטן און אַקטיאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער. דער דאָזיקער ביז איצט נישט אױסגעפֿאָרשטער מאַטעריאַל איז אַ װיכטיקער עלעמענט פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּױלן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. לעקציע פֿון חנה ראָזענפֿעלד (מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן, וואַרשע).